זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN
א מלכות'דיגע אויפנאמע איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, וועלכער האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין ראם פון זיין באזוך אין די ראקלענד קאונטי אומגעגנט אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער אנטיילצונעמען ביי עטליכע פאנדרעיזערס אין די אומגעגנט צו די בעפארשטייענדע 2026 ווידערוויילונג קאמפיין פון לאולער.
אנקומענדיג אין שטעטל זענען די באאמטע אויפגענומען געווארן מיט'ן פאסיגן כבודה של מלכות דורך די ראשי הנהלת העיר והקהלה אין שפיץ פונעם מעיאר פון שיכון סקווירא הרב ישראל משה שפיטצער הי"ו, וועלכע האט זיי באגלייט צום נייעם פראווע שטוב פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, וואס איז געווען הערליך צוגעגרייט מיט מיני טעימה א.ד.ג. לכבוד דעם באזוך. ס'האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער'ן גזירת החינוך אין ניו יארק, די סכנה פון סאושל מידיע, דער מצב און ארץ ישראל, און אנדערע נושאים לטובת הכלל, וואס זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן ספעציעל מיטן פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים.
באזונדער האבן זיי איבערגעגעבן איבער א געפלאנטער וויזיט וואס מען ארבעט אצינד אויס פארן סקווערער רבי'ן צו באזוכן ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה אינעם ווייסן הויז אלס צייכן פון דאנק פארן רבינס שטענדיגע שטיצע און זיין באפעלן פאר די חסידים ארויסצוגיין שטימען אין די אמעריקאנער וואלן, וואס האט יעדעס מאל געפירט צו א מאסן ארויסקומען פון שווערע טויזנטער חסיד'ישע וויילער.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער מגיד מישרים הרב אהרן אריה אייזנבערג הי"ו פון שיכון סקווירא וואו ער האט מיט פאסיגע דיבורים באגריסט דעם קאנגראס ספיקער און זיינע געהילפן און ארויסגעהויבן זיין פריינטשאפט מיט די אידישע געמיינדע און זיין פאזיטיווע ארבעט לטובת הכלל.
דער אויפנאמע האט זיך פארצויגן ארום א האלבע שעה און צום שלוס האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע באאמטע, ברכה והצלחה אין אלע זייערע פעולות.