הויפט בלאט באריכט צוזאמקום פון הונדערטער יוצאי ישיבת טשעבין ביי שבע ברכות בבית ררחמיסטריווקא – טשעביו פארגעקומען אין בארא פארק

צוזאמקום פון הונדערטער יוצאי ישיבת טשעבין ביי שבע ברכות בבית ררחמיסטריווקא – טשעביו פארגעקומען אין בארא פארק

געשריבן דורך admin123

מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה נחום, JDN


א פראכטפולע שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען פאריגע וואך צוגעשטעלט דורך איגוד בחורי טשעבין, לכבוד די חתונה פון החתן א זוהן פון הגה"צ ר' שמואל דוד שניאורסאן שליט"א משגיח ישיבת טשעבין, זון פון הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, עב"ג די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי.

ביים שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע ליפשיץ זאל אין בארא פארק, זענען געלאדנט געווארן הונדערטער יוצאים פון די טשעבינער ישיבה, זיך מיטצופרייען ביי די גרויסע שמחה במעונו פונעם געטרייען משגיח הישיבה.

במשך די שמחה האט מען געהערט א רייע דרשות פון רבנים ומגידים שונים, דער משא המעמד איז געהערט געווארן דורכן מחותן דער משגיח שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר אלע נאספים פארן זיך משתתף זיין אין די שמחה, און מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן האט משמח געווען דער בדחן ר' נחמן ליווי.

דער אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך מערערע אדמור"ים ורבנים פון שטאט, א גרויס טייל פון זיי, יוצאים פון די בארימטער טשעבינער ישיבה, צווישן זיי: האדמור"ים מקאסוב, נדבורנה ירושלים, אמשינאוו ב"פ, סקווירא מב"פ, דזיקוב וויזניץ ב"פ, און נאך.

 צום שלוס פון די שמחה האט מען זיך ארויסגעלאזט אינאיינעם אין ריקודין נלהבים און דאן זענען אלע משתתפים אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00