29
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש
א שוידערליכע אינצידענט האט יעצט פאסירט אין ירושלים עיה"ק בעת די עצרת "קול שוועתם" במעמד רבבות ישראל, ווען א ווילדע אראבישע באס דרייווער איז אין א בארבארישע אקט דורכגעפארן איינס פון די אפגעשפארטע גאסן ביים מקום העצרת, און האט ווילדערהייט אראפגעקלאפט עטליכע פיסגייער אויף די שמגר גאס, איינער פון זיי א חשובע ישיבה בחור וואס איז ליידער אומגעקומען אויפן ארט, די עמערדזשענסי אגענטורן האבן א לענגערע צייט געארבעט ארויסצונעמען דעם נפטר פון אונטערן באס, מיטן פולסטן מאס כבוד המת.
די פאליציי האט ארעסטירט דעם באס דרייווער, און פארשט אצינד אויס אויב איז עס געווען בייזוויליג אדער טעראר. דער נאמען פונעם נפטר איז נאכנישט פארעפענטליכט געווארן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.