מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש
א פלאם פייער נעמט ארום אלופי אלפי ישראל אין ארץ הקודש זיך גרייטנדיג ברבבותיהם צום גרויסארטיגן "עצרת הרבבות – קול שוועתם" דעם היינטיגן דינסטאג פרשת שמות אין צענטער פון ירושלים עיה"ק, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות גדולי וצדיקי הדור שליט"א, שרי התורה חברי הבד"ץ העדה החרדית, גדולי וחכמי הספרדים, ראשי הישיבות שליט"א, רבני ומנהיגי קהילות הקודש, מורי הוראה יושבים על מדין, וואו מען וועט אויסשרייען דער "קול שוועתם" און דעם טיפן ווייטאג וואס ברענט אין די הערצער פון אידן איבער דער גארער וועלט פון די ביטערע גזירות ורדיפות על הדת אקעגן בחורי ישראל, און אויסשרייען בקול ברור די אומבויגזאמע פשרה'לאזע שטעלונג פונעם יהדות הנאמנה נישט איינצוגיין ח"ו אויף קיין שום פשרות.
דער עצרת וועט זיך אנהייבן אום 6:00 אווענט אויף די צענטראלע ירמיהו גאס, וואו א ריזן בימת הרבנים וועט אויפגעשטעלט ווערן ביים ווינקל פון אפריון, ווי עס וועלן זיך משתתף זיין בראש המעמד מרנן ורבנן גדולי וצדיקי הדור שליט"א, פון אלע שיכטן און קרייזן מכל פינות ומחנות.
די עסקנים ארבעטן רורנדע די זייגער אהערצושטעלן דעם ריזן עצרת מיט אלע דעטאלן צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור הרבבות, צווישן די גרויסע הכנות ווערט אראנדזשירט א מאסן טראנספארטאציע אפאראט, מיט באסעס פון אלע שטעט אין ארץ ישראל.
צוליב די ערווארטעטע מאסן, וועט די צענטראלע ירמיהו גאס פון די ווינקל פון ברנדייס ביז צום מקום העצרת ביי צומת אפיריון ווערן אפגעשלאסן פאר פארקער אנגעהויבן פון 9:00 אינדערפרי, שפעטער ארום 12:00 מיטאג וועט מען אפשפארן די הויפט גאסן ארום דעם מקום המחאה, אריינגערעכנט בר אילן, און א גרויס טייל פון די שמואל הנביא גאס, די באסעס צום עצרת וועלן פארקירן אין די געגענט פון צומת גולדה, און אויף צוריק וועלן די באסעס ארויספארן פון די ים סוף גאס.
אין די יעצטיגע שעה'ן איז ערשינען א קול קורא אונטערגעשריבן דורכן בית דין צדק העדה החרדית ובראשם דער פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, און א באזונדערע מכתב קודש מיט די חתימות פון די מנהיגי הקהילות פונעם יישוב הישן, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, און הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א.
בנוסף איז ארויסגעקומען א קול קורא פון די גדולי וחכמי עדת הספרדים, וואו זיי טוען אונטערשטרייכן דער חוב גמור אויף יעדן יחיד ללא יוצא מן הכלל זיך צו באטייליגן ביים מארגנדיגער עצרת אויסצושרייען קבל עם ועולם "זאת התורה לא תהא מוחלפת" און אז מיר וועלן נישט נאכגעבן און נישט מוותר זיין אויף אפילו איין נשמה מישראל.
צווישן די טויזנטער באטייליגטע ביים עצרת, וועלן ארויסקומען די ליטווישע בני תורה קרייזן, תלמידי הגאון רבי שמואל אויערבאך זצ"ל, לויט די קלארע הוראה פון זייערע מנהיגים ובראשם הגאון רבי עזריאל אויערבאך שליט"א.
באזונדער איז אין מערערע קהילות און חצרות הקודש געווארן איבערגעגעבן דער חובת השעה בפקודת הקודש פון פילע אדמורי"ם רבנים ומשפיעים וועלכע רופן עדת צאן מרעיתם אנטייל צו נעמען ביי דעם עצרת לשם שמים, אזוי אויך טוען עסקנים און רבנים חשובים ובראשם הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ארומגיין אין די שטובער פון אדמורי"ם ורבנים אין בעפארברייטונג צום גרויסן עצרת.
ווי שוין ברייט באריכטערט וועט די עצרת זיך אנהייבן אום 6:00 אווענט, אויף די צענטראלע רחוב ירמיהו וואו שווערע טויזנטער אידן וועלן זיך פאראייניגן כאיש אחד ובלב אחד און פאקלאמירן קבל תבל ומלואה ה' הוא מלכנו ולו אנחנו עבדים!