דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש
כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, האט אויף דעם שבת געוויילט אין די וואודבארי דזשאנקשען געגנט אין קרית יואל.
מוצאי שבת האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט גרויס כבוד והערצה, די סאטמארער רבי האט זיך נאכגעפראעגט איבער די מוסדות הקדושים פינסק קארלין על טהרת הקודש, און דער פינסק קארלינער רבי האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פונעם היכל התורה אין קרית יואל און אין די גאנצע וועלט אין אלע סאטמארע בתי מדרשים וואו אידן זיצן און לערנען מבוקר ועד ערב.
דער סאטמארער רבי האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן און אנגעוואונטשן דעם רבי'ן און זיינע באגלייטער, צווישן זיי דער בעל האכסניא הנגיד ר' אברהם בנימין קרויס מראשי קהילת סאטמאר (מהרי"י) אין קרית יואל.
אויפצומארגנס זונטאג איז דער סאטמארער רבי צוריקגעגאנגען אויף א ביקור גומלין אינעם רבינס אכסניא, וואו עס איז ווידער פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.