מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
דעם זונטאג ה' אדר איז ביי טויזענטער חסידי באיאן איבער די גארער וועלט אפגעצייכנט געווארן די 54'סטע יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש רבי מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע בצל הקודש פון נכדו הגדול וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן דעם יומא דהילולא מיט א חטיבא אריכתא פון עבודת הקודש, מבואו ועד צאתו.
מיטוואך אינדערפרי בעצם יומא דהילולא האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינעם גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות ווי די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון דאווען שטוב און געזאגט די קדישים.
ארום 10:30 פארמיטאג איז דער רבי ארויף צום ציון הקדוש במרומי הר הזיתים אין באגלייטונג פון טויזנטער חסידים עדת צאן מרעיתו, וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט, די רבי שליט"א האט אנגעצינדן דעם נר תמיד אויפן ציון הק', דאן האט מען אנגעהויבן די סדר אמירת פרקי תהילים און די סליחות כנהוג מעורר צו זיין רחמי שמים, להפקד בדבר ישועה ורחמים. דער בעל תפילה הרה"ח ר' שלום ברוך פריזענט משב"ק, האט יורד געווען לפני התיבה, און דער רבי האט געזאגט קדיש, דערנאך האט מען געזאגט דריי קאפיטלעך תהילים און די רבי האט געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בתוך שאר חולי ישראל.
דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט די כוללות קוויטל פון די חסידים, און דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון המצוינת פאר לענגערע מינוטן בדמעות שליש, און אפגעראכטן די הקפות כנהוג.
בפניא דמעלי יומא רבה האט זיך די גאנצע ציבור געוואשן צום סעודת ההילולא, צו די באשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, די רבי האט געמאכט די סיום והתחלת הש"ס וואס ווערט געלערנט יאר יערליך לעילוי נשמתו הטהורה און געזאגט די קדיש, דאן האט דער רבי משמיע געווען לענגערע אמרי קודש, און ביים שטעלן וויין האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן די קוויטלעך פון אלע תורמים ביי די מגבית לטובת החזקת הקלויז אין איסט סייד מאנהעטן בית מדרשו פונעם בעל הילולא.
דער רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס און נאכן בענטשן האט הרה"צ רבי יוסף ברייאר בנו הגדול איבערגעגעבן פארן רבי'ן די ליסטע פון תומכי הקופה הקדושה 'קופת מעות ארץ ישראל', און די רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו לרוב.