הויפט בלאט באריכט הגאון רבי יהושע אייכנשטיין ראש ישיבת יד אהרן באזוכט ביי האד' מסאטמאר בשליחות פון מנהיגי עולם התורה איבער גזירת הגיוס

הגאון רבי יהושע אייכנשטיין ראש ישיבת יד אהרן באזוכט ביי האד' מסאטמאר בשליחות פון מנהיגי עולם התורה איבער גזירת הגיוס

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


די וואך מאנטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריין אל הקודש פנימה הגאון הגדול רבי יהושע אייכענשטיין שליט"א, ראש ישיבת יד אהרן אין ארץ ישראל, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ניו יארק בשליחות פון די גדולי מנהיגי עולם הישיבות, אויפצושטורעמען דעם יהדות הגולה איבער דער ברענעדיגער ביטערער גזירת הגיוס וואב שוועבט אויפן עולם התורה אין ארץ ישראל.

דער ראש ישיבה האט געבעטן דעם רבי'ן שליט"א אויפצושטורעמען די גאנצע וועלט, אידישע און גוי'אישע צוגלייך, איבער די ביטערער גזירה איומה וועלכער שוועבט אויף טויזנטער בחורים אין ארץ ישראל, דער רבי מיטן ראש הישיבה האבן א לאנגע צייט נושא ונותן געווען און דן געווען אינעם ענין בכל פרטי' ודקדוקי', און בעיקר ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די שטילקייט און קאלטקייט וואס הערשט איבער די נושא סיי אין ארץ ישראל און סיי אין חוץ לארץ, טראץ דאס איז נאך אזא סכנה ווי די משכונות וואס ליגן פארכאפט ביי די רוצחי ישמעאל אין עזה און דארט זעהט מען א אחדות ביי גאנץ כלל ישראל, משא"כ ביי די ביטערע גזירות הגיוס מאכט מען זיך צו די אויגן.

דער רבי האט זיך אינטערסירט איבער די ארגאניזאציע עזרם ומגינם וואס דער ראש הישיבה האט אויפגעשטעלט פאר אזעלכע בחורים און אינגעלייט וועלכע פארפלאנטערן זיך מיט די מיליטער, מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מהלכים אויפצושטורעמען די וועלט און דער רבי האט שטארק מחזק געווען דער ראש ישיבה שליט"א מען זאל קענען אויפטוהן וואס מען דארף און פארשפראכן מיטצושטיין מיט יעדע זאך מיט וואס מען קען ארויסהעלפן, נאכן באזוך האט דער רבי ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00