דעם דאנערשטאג חמשה עשר בשבט איז אין בני ברק אפגעראכטן געווארן די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יעקב לייב גאלדמאן שליט"א רב דחסידי זוועהיל אין בני ברק, בן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד ביאלא אויף רחוב רוזנהיים אין בני ברק, וואו עס האבן מפאר געוועהן בראש, די זיידע האדמו"ר מביאלא רמת אהרן, די פעטער האדמו"ר מזוועהיל, די פעטער גאב"ד מאקאווא שליט"א און נאך חשובע אדמור"ים ורבנים קרובי המשפחה.