דעם דאנערשטאג ראש חודש שבט איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל 'באר משה' מאוזרוב זצוק"ל, לכבוד די יארצייט האט נכדו מ"מ כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בני ברק, אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל, א זון ביי זיין איידעם הרה"ג ר' יצחק טאגער שליט"א.