הויפט בלאט באריכט תלמידי ישיבת 'מאור החיים' אין בארא פארק שעפן אוצרות חיזוק בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא

תלמידי ישיבת 'מאור החיים' אין בארא פארק שעפן אוצרות חיזוק בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש


די תלמידים פון ישיבת 'מאור החיים' אין בארא פארק, האבן די וואך געהאט די זכיה אירינצוגיין אל הקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, נאכדעם וואס זיי האבן זיך מקבל געווען גדרים וסייגים בעניני טעכנאלאגיע.

צום ערשט האט אויפגעטראטן דער ראש ישיבה הגאון רבי אברהם שטיינמעץ שליט"א וואס איז א זוהן פון הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק און האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחורים וואס זענען זיך מתנזר פון די טעכנעלאגישע כלים למיניהם אין דעם היינטיגן שווערן דור.

דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן לענגערע שיחות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט גאר שטארק מחזק געווען די בחורים, ווייטער אנצוהאלטן די קבלות טובות און נישט נאכלאזן טראץ די נסיונות הדור. ביים ענדע זענען אלע בחורים אריבער אל  מול פני הקודש און מקבל געווען ברכת קדשו.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00