הויפט בלאט בילדער הערליכע שבת של שמחה לכבוד שמחת הבאווארפן פון החתן בן האד' מווערדאן פון בארא פארק

הערליכע שבת של שמחה לכבוד שמחת הבאווארפן פון החתן בן האד' מווערדאן פון בארא פארק

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


שבת עלי' לתורה פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, עב"ג די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק שנעעבאלג שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא וויליאמסבורג, די שבת של שמחה איז געפראוועט געווארן אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק, וואו א גרויסן ציבור האט מיטגעהאלטן די תפילות און טישן בצל קדשו פונעם מחותן האד' מווערדאן בעידן חדוותא, בפרט ביים קידושא רבא שבת צופרי וואו מאסן תושבי בארא פארק האבן געשטראמט פון נאנט און ווייט אפצוגעבן מזל טוב.

מוצאי שבת נאך מעריב און הבדלה איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות וואו מען האט זיך א לענגערע צייט משמח געוועהן בשמחת בית צדיקים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00