דינסטאג וזאת הברכה ב' • י"ג תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מנחם ד.
דעם ערב יום הקדוש האט כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מקיים געוועהן מנהג כפרות בביתו נאווה קודש אין ירושלים, שפעטער אין טאג איז אריבערגעקומען אויף א באזוך ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכע האט געברענגט מהודרדיגע אתרוגים וואס ער האט ספעציעל איינגעהאנדלט פארן רב שליט,א לכבוד יום טוב סוכות.