הויפט בלאט באריכט האד' מוויזניץ דינט אלס סנדק ביי שמחת הברית לנכד האד' מסקולען ירושלים | גאלעריע

האד' מוויזניץ דינט אלס סנדק ביי שמחת הברית לנכד האד' מסקולען ירושלים | גאלעריע

געשריבן דורך admin123

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


אין סקולענער ביהמ"ד אין שטאט בני ברק איז נעכטן פארקגעקומען די שמחת הברית מילה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, בן הנולד ביי זיין איידעם הרה"ג ר' ישראל שטערנבוך שליט"א, אייניקל פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און אייניקל פון הגה"צ רבי בערל שטערן שליט"א אבד"ק סקולען בני ברק. בראש השמחה האט מפאר געוועהן די פעטער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און עמידה לברכות די זיידע כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, ויקרא שמו בישראל משה יהושע נאכן זיידן הרה"ק בעל 'ישועות משה' מוויזניץ זי"ע.

נאכן ברית האט דער וויזניצער רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים ביי וועלכן דער רבי האט געוואונטשן לחיים און דערנאך מכבד געוועהן די זיידע האד' מסקולען ירושלים צו זינגען עטליכע סקולענער ניגונים לכבוד די שמחה, די רבי האט דערביי מפליג געוועהן די נעימות און קדושה פון די הייליגע ניגוני קודש פארפאסט דורך צדיקי בית סקולען, נאכן מעמד לחיים האט די סקולענער רבי ארויסבאגלייט דעם וויזניצער רבי'ן צו די גאס, און מען האט ממשיך געוועהן מיטן סעודת ברית אין ביהמ"ד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00