די וואך שבת האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב – 45 שליט"א געוויילט אויף שבת בקרב די תלמידי הישיבה קטנה אין מחנה מתיבתא באבוב-45 אין סוואן לעיק, לכבוד דעם רבינס באזוך אין קעמפ זענען די גאסן באצירט געווארן מיט לעמפעלעך און בכבוד'דיגע פלאקאטן. מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א מיטגעהאלטן די סדר לימוד נאך הבדלה וואו די רבי האט געלערנט בחברותא מיט די בחורים וועלכע האבן זוכה געוועהן בגורל צווישן די הונדערטער תלמידי המתיבתא.