נעכטן זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א אנגעקומען קיין אתרא קדישא מירון אויף א תפילה ביים ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי כמנהגו יעדן ראש חודש, די רבי האט זיך אויפגעהאלטן א לענגערע וויילע אינעם מערה און מעתיר געוועהן לישעות הכלל והפרט.