מאנטאג פ' תרומה • ג' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יעקב כהן
אין א היסטארישע שריט איז מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אנגעקומען היינט נאכט אויף א באזוך בקרב חסידיו אין שטאט אלעד, און משמיע געווען א פייערדיגע שמועס איבער די בעפארשטייענדע בחירות אין שטאט, און אין א געמיינזאמע שטימונג געהייסן כלל חסידיו תושבי העיר צו וועלן פאר די אגודה פארטיי, און באזונדער פארן מעיאר קאנדידאט פון די ש"ס פארטיי יהודה בוטבול אלס ראש העיר.
דאס קומט נאך שטורמישע אין פארשידענע מיינונגען וואס איז די געשפרעך פון טאג אין אלע היימישע קרייזן אין שטאט אלעד און אין נאך פארשידענע שטעט בכלל, ווען צווישן די חסידישע קרייזן איז דא ערנסטע חילוקי דעות איבער וועם אריינציוועלן אלס ראש העיר.
היינט נאכט איז דער וויזניצער רבי געקומען פערזענליך משמיע זיין די חובת השעה פאר די הונדערטער חסידי ויזניץ אין שטאט אלעד, און געלאזט הערן די קלארע הוראת הקודש צו שטימען פאר יהודה בוטבול אלס ראש העיר, דער רבי האט אדרעסירט די שמועסערייען און מחאות וואס געוויסע האבן געלאזט הערן קעגן אים, זאגענדיג אז ער איז א בעל מחלוקת. די רבי האט רעאגירט דערויף אז מ'קען דאס נישט זאגן אויף אים ב"ה, ווייל ער איז נישט פארמישט אין קיין שום פאליטישע אנגעלעגנהייטן.
נאך האט דער רבי געזאגט אז אויב וויל מען אים רופן בעל מחלוקת, דאן קען עס ארויפגיין אויף דעם וואס דער זיידע הרה"ק בעל אמרי חיים האט זיך אויסגעדרוקט, אז ער איז א בעל מחלוקת קעגן די אלע בעלי מחלוקת.
דערביי האט דער רבי קלארגעשטעלט אז ער שפירט א שטיקל אחריות אויף כלל ישראל, און וואס ער בעט אצינד מיט די בחירות מיינט ער זייער ערנסט פאר די תכלית, און נישט מיט קיין שום נגיעות. ער האט עס דורכגעטון אלע צדדים בכובד ראש, און פאר די עתיד פון אידישקייט אין שטאט האט ער באשלאסן צו הייסן וועלן אזוי, און טאמער קומט מען שרייען אדער פארפירן, זאל מען נישט ענטפערן, נאר טון וואס דער אויבערשטער וויל, און מיט דעם וועט מען מצליח זיין.