פארלאפענעם וואך בעת דעם ביקור הוד פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין שטאט חיפה איז די רבי ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הרה"צ רבי ברוך האגער בנו בכורו פון האד' מסערט וויז'ניץ וחתן אחיו האד' מוויז'ניץ, וואו די רבי האט א לענגערע צייט פארברענגט בידידות מיט הרב ברוך ובני משפחתו.