כ"ק האד' מתולדות צבי ספינקא שליט"א וואס האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע צוויי וואכן אין נארט מיאמי פלארידע אויף אפרוה, איז נעכטן איידערן פארלאזן מיאמי אנגעקומען אויף א באזוך אין בית המדרש 'קדושת לוי' בארדיטשוב בנשיאות הרה"ג רבי בנימין פעלבראנד אב"ד בארדיטשוב – א פלומעניק פונעם רבי'ן, וועלכע האט מכבד געווען דעם רבי'ן צו קלאפן א מזוזה אינעם נייעם צוגעבועיטן פליגל פונעם ביהמ"ד, די רבי האט געמאכט די ברכה אין קובע געוועהן דעם מזוזה אין דאן אפגעראכטן א שלחן לחיים וואו די רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די מתפללי ביהמ"ד ותושבי המקום.