הויפט בלאט באריכט אלפי תלמידי ישיבת מיר מיטגעהאלטן מעמד דרשת התעוררות פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא

אלפי תלמידי ישיבת מיר מיטגעהאלטן מעמד דרשת התעוררות פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבודקא

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

נעכטן דינסטאג נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מיר'ער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג בין כסא לעשור. דער היכל הישיבה אין אלע אירע פליגלען זענען געוועהן איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער אינגעלייט אין בחורים בני תורה וועלכע זענען געקומען הערן דעם דבר השם ברמה פונעם גאון ישראל מזקני ראשי הישיבות בדורנו. די ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט א טיפזיניגע פלפול אינעם סוגיא וואס מען איז עוסק די טעג אין די ישיבה אין דאן משמיע געוועהן דברי חיזוק והתעוררות כהכנה ליום הכיפורים. נאכן שיעור איז די ראש הישיבה אריין א זייטיגער שטוב אינאיינעם מיטן מירער ראש ישיבה הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל אין די ראשי הישיבה, וואו מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00