הויפט בלאט באריכט האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש


דעם פארגאנגענע וואך בעת רעוא דרעוין האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א גאר שטארק ארויסגעטראטן אקעגן די היינטיגע נייע מאדערנע בעקיטשעס וועלכע האבן אין זיך א חשש פון "לא תלבש".

דער רבי שליט"א האט גאר שטארק מרחיב געווען, אז מיר שטייען יעצט אין די וואכן ווען מען לערנט אין די פרשיות פון גלות מצרים, און איינס פון די זכותים אז מען איז אויסגעלייזט געווארן פון מצרים איז געווען "שלא שינו את לבושם", און דאס איז א שטענדיגע לימוד לדורות, ווען אמאליגע צייטן האט געמיינט "שלא שינו את לבושם" אז מען האט אויסגעטון דאס בעקיטשע, אבער היינט צוטאגס טראגט דאס אן אנדערע באדייט, נעמליך ביים אנטון דאס בעקיטשע.

דער רבי האט גאר שטארק געווייטאגט אז עס קומט אים אויס צו גיין אויף היימישע חתונות, און מען זעט אינגעלייט פארמאגן די מאדנע בעקיטשעס פון אלע ערליי סארטן, בעקיטשעס פון סאמעט, און אפילו קאלירפולע און גלאנציגע בעקיטשעס, וואס האט נישט קיין שייכות צו אונזער מסורה, דער רבי האט געשטורעמט אז דאס איז די היפוך פון אידישקייט, די היפוך פון חסיד'ישקייט און ערליכקייט, עס איז מיאוס פון אויבן ביז אונטן, און עס איז א ערנסטע שאלה צו עס גייט נישט אריין אין די גדר פון "לא תלבש".

דער רבי האט אויסגעפירט, אז אויב זעט מען א אינגערמאן אנגעטון מיט די סארט בעקיטשע, זאל מען אים נישט אנשרייען, נאר צורופן און אים מסביר זיין בדרכי נועם אז דאס פאסט נישט פאר א חסידישע אינגערמאן.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00