הויפט בלאט באריכט תקומה היתה לה: האד' מסאדיגורא פראוועט געהויבענע שבת יארצייט אינעם אלטן סאדיגורא הויף אין תל אביב

תקומה היתה לה: האד' מסאדיגורא פראוועט געהויבענע שבת יארצייט אינעם אלטן סאדיגורא הויף אין תל אביב

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


מיט געהויבענע הרגשים פון התעלות און כיסופין האבן חסידי סאדיגורא און פילע איינוואוינער פונעם שטאט תל אביב, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורא הויף, געהאט די הנאה של קדושה מיטצולעבן א רוחניות'דיגע שבת בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א געהויבענעם שבת במקום שהתפללו בו אבותיו אינעם סאדיגורא ביהמ"ד אויף רח' פינקס אין תל אביב, א שבת וואס האט אויפגעוויקלט לעכטיגע זכרונות פון אמאל ביי די זקני החסידים ותושבי העיר, פון די עבודת הקודש ביי די סאדיגורא רביים לדורותיהם וואס האבן רבות בשנים אנגעפירט זייער הויף אין דעם אמאליגן עיר ואם בישראל תל אביב, בפרט שטייענדיג אין די טעג ארום די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל עקבי אבירים מסאדיגורא זצ"ל, וואס רובם ככולם פון די משתתפי השבת געדענקען נאך גוט די יארן בהילו נרו עלי ראשינו ווען דער רבי האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש אויף דעם ארט באתרא דמר.

אויף דעם שבתא דריגלא איז געגעבן געווארן ערלויבעניש פאר א צאל אינגעלייט פון א געוויסע יארגענג מיטצוהאלטן דעם שבת, וואו די עסקני השבת האבן צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר די אורחים מחוץ לעיר. דער רבי שליט"א האט געהאט די אכסניא איבער שבת אין שטוב פונעם פעטער הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א רב ביהמ"ד סאדיגורא אין תל אביב.

אין ביהמ"ד איז ספעציעל איינגעריש געווארן דעם דאווען שטוב וואו עס האבן געדאוונט די פריערדיגע רבי'ס אנגעהויבן ביים כנסת מרדכי און דער עקבי אבירים, און שפעטער דער עטרת ישראל ביי זיינע באזוכן אין שטאט.

נאך מנחה ערב שבת האט אויפעטרעטן דער מרא דאתרא הגה"צ רבי פנחס שפירא שליט"א, וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן וכל הנלווים אליו, און מיט געגועים מעלה געווען פאסיגע דברי זכרון אין אנדענק פון זיין גרויסן שווער דער עקבי אבירים זצ"ל און דערמאנט די געהויבענע זמנים אשר שכן כבודו בבית הזה. ביי בואי בשלום איז דער רבי ארויסגעקומען פון דאווען שטוב און זיך געשטעלט אויף די שטיגן פון ארון קודש און דער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין התלהבות'דיגע ריקודין.

נאך מעריב איז מען דורך ביים רבי'ן שליט"א זאגן גוט שבת וואו עס האבן זיך אנגעזען אידן פון אלע עקן שטאט וועלכע זענען געקומען שלום נעמען פונעם אורח הדגול. אונטערווענגס אהיים צום אכסניא איז דער רבי דורך די קאזניצער ביהמ"ד און אריין וואונטשן גוט שבת פאר כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א וועלכע האט אנטפאנגען דעם רבין מיט גרויס כבוד און עס איז פארפירט געווארן א קורצן שמועס בנועם שיח.

אינצווישן איז דער ביהמ"ד געווארן איבערגעפולט מיט דעם גרויסן ציבור חסידים ותושבי העיר מרחוק ומקרוב וואס האט זיך פארזאמעלט מיטצוהאלטן דעם עריכת שולחן הטהור, צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזען פילע ארטיגע אידן בעלי תשובה וואס האבן גענאסן פון א ספעציעלע קירבה יתירה וואס די רבי האט ארויסגעוויזן פאר די אידן.

דער רבי שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור אנגעהויבן פון שלום עליכם, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וניגוני שבת קודש, און מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען דער מרא דאתרא הגה"צ ר' פנחס שפירא אבד"ק סאדיגורא תל אביב, די טיש האט זיך פארצויגן ביז נאך חצות הלילה.

די עליות בצפרא דשבתא איז פארקויפט געווארן פאר גרעסערע סכומים, און די רבי האט עולה געווען שלישי כנהוג. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויף לביתם נאווה קודש פון אדמור"י בית סאדיגורא אויפן שטאק פון ביהמ"ד וואו דער רבי האט געפראוועט א קידושא רבא צוזאמען מיט חשובי העדה און מתפללי ביהמ"ד וואס האבן א לענגערע צייט מעלה געווען זכרונות מימי קדם, צווישן זיי איז געווען הנגיד החסיד ר' אלימלך שפירא ראש הקהל סאדיגורא וועלכע האט דערציילט א שלל פון זכרונות פון די פריערדיגע רבי'ס דער כנסת מרדכי און דער בעל ההילולא דער עקבי אבירים.

די חסידים האבן געפראוועט די סעודת שבת צוזאמען אינעם זאל פון ביהמ"ד וואו מ'האט א לענגערע צייט פארברענגט אינאיינעם מיט די זקני החסידים שמועסנדיג זכרונות הוד קדומים.

נאך מנחה האט דער רבי שליט"א געפראוועט שלש סעודות וואו פילע חסידים האבן געמאכט דעם לאנגן וועג צופיס פון בני ברק מיטצוהאלטן דעם שולחן הטהור דבי רעווא דרעווין. די רבי האט געבענטשט על הכוס, נאך מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה, און דאן משמיע געווען אמרי קודש זייענדיג מסיים מיט א תפילה ובקשה אז די אלע תפילות וואס מען האט געדאווענט אין דעם מקום קדוש זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון און די זכות פון די צדיקים זאלן מגין זיין. דערנאך איז די גאנצע ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך און זיך געזעגענען ביים רבין שליט"א.

מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי ש"ב הגאון רבי מרדכי אויערבאך רב ביהמ"ד אביר יעקב אין שטאט, דערנאך האט זיך דער רבי צוריק געקערט צום ביהמ"ד אויף רחוב פנקס און א לענגערע צייט אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך. בין הכנסנים איז כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין צום רבי'ן. איידערן פארלאזן דעם שטאט איז דער רבי ארויף צום אכסניא אין שטוב פונעם פעטער הגה"צ ר' פנחס שפירא שליט"א וואו דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט אויף די גייסטרייכע שבת און די ווארימע אויפנאמע.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00