הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' תרומה • ל' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


הנגיד ר' שאול נח פרידעמאן עמוד התוך פון מוסדות קאשוי ביים איבערגעגעבן א ליידיגע טשעק אונטערגעשריבן פאר האד' מקאשוי, פראקלאמירנדיג אז די צאל נדבות וואס קומען אריין לטובות המוסדות דורכאויס דעם גאנצן מעמד, זאל דער רבי אליינס אריינשרייבן אינעם טשעק, און ער וועט צושטעלן פולקאמע דעקונג דערויף צו פארדאפלען די גרויסע נדבות.

Blog Image

פייערדיגע דברי התעוררות פון הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביי הבדלה נאך א שבת התוועדות מיט א גראפע בחורים אין ענגלאנד.

האדמור"ים מפינסק קארלין און פארשעי אין א באגעגעניש ביים מנחם אבל זיין הנגיד ר' יודל טירנויער הי"ו

Blog Image

האד' מצאנז קלויזנבורג ביים חתונה פאריגע וואך פונעם הויז בחור החתן שלמה זלמן שטערן ווי דער רבי דרוקט ארויס זיין הכרת הטוב פארן חתן.

Blog Image

האד' מפינסק קארלין אין א באגעגעניש מיט הרה"ח ר' בנימין ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע צו וועם דער רבי פלעג אפט פארן קיין מאנסי להסתופף בצל הקודש.

Blog Image

הנהלת כולל שומרי החומות בקודש פנימה ביי האד' מסקווירא אין בעפארברייטונג צום דינער השנתי אין מאנסי, ווי דער רבי האט געשנאדערא א סכום הגון פארן מנהל הכולל הרב שלמה מאיער.

Blog Image

האד' מראחמיסטרווקא ספרינג וואלי איז עוסק בתורה אין קאפיטשניצער ביהמ"ד בעת דעם רבינס באזוך אין ירושלים.

Blog Image

האד' מקאסוב ביים יארצייט סעודה פון זקינו כ"ק גאב"ד זכרון מאיר זצ"ל בעל מחשבת הלוי, אויפן רבינס שויס זיצט בנו היניק חיים מאיר וואס טראגט דעם נאמען פונעם זיידן דער בעל ההילולא.

Blog Image

ובתורתו יהגה יומם ולילה: האדמו"ר מוויזניץ מאנסי איז עוסק בתורה אויף א פשוטן באנק אין וויזניצער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג צווישן די קבלת פנים און חופה ביים חתונה פאריגע וואך בחצר הקודש וויזניץ וויליאמסבורג

Blog Image

דריי שטענדערס צוגעגרייט אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים וואו האדמור"ים מראחמיסטריווקא פון ספרינג וואלי און אוקענוויין האבן מיטגעהאלטן דעם שבת בצלו פון האד' מראחמיסטריווקא

Blog Image

אד' מקאשוי באדאנקט העסקן ר' יוחי פליישמאן הי"ו פון די בארימטע YF פראדאקשענס נאכן אהערשטעלן דעם גאר סוקסעספולער מעמד אהבת התלמידים אינעם גיגאנטישן "דאגגעל גרינהאוז פלאזא"

Blog Image

האדמור מרחמסטרוויקא אוקענוויין אויף א תפילה ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון

Blog Image

שניי די וואך אין אתרא קדישא מירון.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביי א חתונה פון א תלמיד, מיר מיינען יא כבוד.. מיר מיינען יא געלט..

האד' מקאמארנא אין א ליבליכע שמועס מיט אן אייניקל ביי א משפחה שמחה די וואך.

Blog Image

סקווירא חסידים פון ארץ ישראל אויפן וועג צום גרויסן הכנסת ספר תורה מיט די ריכטיגע גדרים נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות.

Blog Image

ביים חתונה די וואך פון א אייניקל ביי גאב"ד מאקאווא מערקט 'קרישקעס' האד' ממחנובקא בעלזא אין א שמועס מיט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח מבעלזא.

Blog Image

האדמו"ר מפינסק קארלין האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין די באקאנטע 'שיינער'ס שוהל' אין מאנסי

Blog Image

הרבני הנגיד ר' רובי שראן מגדולי תומכי תורה ביי מעריב די וואך במעונו פונעם פוסק הדור מרן הגר"מ שטערנבוך שליט"א

Blog Image

ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר איז עוסק בתורה אויפן פליגער אהיים נאכן ביקור המרומם אין אמעריקא

Blog Image

הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בנו הצעיר פון האד' מסקווירא באטראכט די אייגנארטיגע חופה באס מיט וואס האד' מסקווירא האט קורסירט די גאסן פון שטעטל ביים הכנסת ספר תורה.

הרה"ח ר' משה פרידמאן הי"ו משב"ק אדמו"רי בית סאטמר אין א שמועס מיטן גבאי פון רבי ישעיל'ס הויז הרב החסיד ר' הערשל ראטער שליט"א מחשובי חסידי סאטמאר.

Blog Image

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון ר' דב לאנדא שליט"א זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק.

Blog Image

האד' מפינסק קארלין אין א חברותא'שאפט מיט הנגיד ר' משה טאבאק בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין לעיקוואד לטובת מוסדותיו.

המקובל הגאון רבי יעקב עדס בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א אין ירושלים.

Blog Image

אסיפת עסקנים בביתו נאווה קודש פון האד' מפשעווארסק אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגן חתונה די וואך.

Blog Image

הגה"צ אב"ד סיגוט וויליאמסבורג שליט"א געזעגענט זיך פון מר אביו האד' מסאטמאר איידערן ארויספארן קיין ארץ ישראל בשליחות הקודש.

Blog Image

א מנין וויזניצער חסידים ביים ציון הק' אין טאהש ווי מען האט אייגעריסן לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז ווי באקאנט אדוק ומקושר צום הייליגן טאהשער צדיק און פלעג אפט פארן קיין טאהש אויף שבתים וכד'.

Blog Image

האד' מסאטמאר איז מנחם אבל ביי משפ' גאלדבערגער אין וויליאמסבורג די וואך.

האד' מסאדיגורא לאנדאן ביים שטריימל לייגן פון החתן א זוהן פנעם משב"ק הרה"ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00