הויפט בלאט קרישקעס קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' וירא • י"ח חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די הסתלקות פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, ווען די גרויסע הוצאות הבית זענען נאך אלס הויעך צוצושטעלן אלס וואס פעלט זיך אויס פאר מחברתו הטהורה הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא תליט"א לרפו"ש, זענען די עסקני הקהילה ארויס מיט א ספעציעלע מעמדות קאמפיין צום ציבור, צו קענען אויפהאלטן דעם שטוב כראוי וכיאות.

Blog Image

ביים ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק איז אראפגעשטעלט געווארן א סעקיוריטי בודקע אין ליכט פון די אנגעצויגענעם מצב בארץ ובגולה.

Blog Image

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים ביים ערשיינען צום שמחת החתונה פון אן אייניקל אין די זאלן פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג.

הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן האדמו"ר מסערט וויז'ניץ אויף א באזוך די וואך ביי די בוי ארבעט פונעם תלמוד תורה וויז'ניץ (מרכז) אין לאנדאן.

Blog Image

דער באקאנטער און נאנטער משב"ק רבי יעקב גראסבערד, וועלכער האט נישט פארלאזט דעם ראש הישיבה הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ביז זיינע לעצטע מינוטן און משמש אים געווען נאנט צו 17 יאהר, האט קרישקעס היינט באמערט ביים פרישן קבר פונעם ראש ישיבה אויפן הר הזיתים ככלות השבעה.

Blog Image

הרה"צ ר' ישראל חיים שוחט בן האדמו"ר מקארלין סטאלין באזוכט ביי די סאלדאטן אויפן פראנט אין דרום ארץ ישראל, ווי ער האט געהויבן די געמיטער מיט דברי חיזוק אמונה אין בטחון.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות אהרן אנקומענדיג די וואך קיין ניו יארק, לרגל די חתונה פון נכדתו הכלה, ווערט געזעהן בנו הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי.

Blog Image

האדמו"ר ממודז'יץ באזוכט ביי א פארוואונדעטע סאלדאט אין די שיבא שפיטאל אין תל השומר, וועלכע איז געשעדיגט געווארן ביי די פאגראמען דעם יו"ט שמחת תורה.

Blog Image

האדמו"ר ממעזיבוז איז די וואך מיטוואך כחצות הלילה אנגעקומען אויף א באזוך במעונו פון הגה"צ המקובל רבי דוב קוק שליט"א.

Blog Image

ובתורתו יהגה יומם ולילה • קרישקעס האט די וואך באמערקט גאב"ד קרית צאנז ירושלים ביים עוסק זיין בלימוד התורה מיטן יו"ר מכון 'דובר ישרים' הרה"ג ר' יהודה לייב לוריא, אינמיטן די חתונה פון אן אייניקל די וואך אין בני ברק.

Blog Image

עסקני וויזניץ ביים צוגרייטן די שטח ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי איידער די תפילות רבים היינטיגן ליל שישי אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א.

Blog Image

האדמו"ר מליזענסק טרעט אויף ביים שמחת התנאים פון בנו החתן וואס איז פארגעקומען די וואך אין קרית יואל אין די זאלן בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מסאטמאר.

Blog Image

האדמו"ר ממכנובקא בעלזא ביים מעמד קביעת מזוזות אינעם נייעם שטוב פון הרה"ח ר' יעקב יהושע ענגלענדער אייניקל פון הרבני הנגיד ר' אלי'ש ענגלענדער פון לאנדאן וועם דער רבי האט מכבד געווען צו קובע זיין א מזוזה.

Blog Image
Blog Image

ביים 20 מיליאן דאלערדיגע קלאוזינג פונעם בנין האדיר והחדש תלמוד תורה סאטמאר "בנין ליפא פריעדמאן", ווערט געזען אינאיינעם מיט די אדוואקאטן, דער גענעראל פון מוסדות סאטמאר בארא פארק, הנגיד ר' בערל לעפקאוויטש, אינאיינעם מיט הנגיד ר' שניאור קליין חבר הנהלת המוסדות, וועלכע האבן ביידע אריינגעלייגט דם ודמע אינאיינעם מיט'ן נדיב ר' ליפא, צו קענען צושטאנד ברענגען דעם מקח הכביר.

Blog Image

מרן האדמו"ר מוויז'ניץ ביים אנוואונטשן א טאטע וואס זיין קינד איז ל"ע פארכאפט אין עזה זינט פארלאפענעם שמחת תורה.

Blog Image

ר' יוסף שמעון שעכטער משמש בקודש ביי האדמו"ר מוויז'ניץ האט קרישקעס די וואך באמערקט ביים ציון הק' פון אדמו"רי ליובאוויטש.

Blog Image

האדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד באזוכט ביי האדמו"ר מזוטשקא אמסנא בבית האכסניא אין לעיקוואד.

Blog Image

האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא אינעם לופטפעלד אויפן וועג צוריק אהיים נאכן וויילן עטליכע וואכן אין נארט מיאמי פלארידע אויף אפרוה.

Blog Image

הגה"צ אב"ד לימינוב שליט"א אינעם האטעל אין שטאט קיעלץ וואו עס ווערט אפגעהאלטן די מסע הקודש 'יחידי סגולה' בראשות כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

ובלכתך בדרך • הגאון ר' ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז ביים מעביר סדרה זיין אויפן וועג אהיים נאכן מסע הלוי' פון הגאון ר' ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל פארלאפענעם ערב שבת.

טויזענטער אין היכל ישיבת מיר אין ירושלים און אויף די גאסן ארום, ביים גרויסן עצרת חיזוק לאור המצב בארץ הקודש, דורך המשגיח הגאון רבי דן סגל.

האדמו"ר מבאיאן ביי א חופה פון א יתום די וואך.

האדמו"ר הצעיר מלעלוב אין א שמועס מיט הגאון רבי שלמה משה עמאר הויפט רב פון ירושלים נאכן מתפלל זיין ביים ציון פון רחל אמינו ביומא דהילולא.

Blog Image
Blog Image

קרישקעס וועכנטליכע מזל טוב'ס:

א ברכת מזל טוב פאר הרב בנימין האפמאן משב"ק האדמו"ר מפאפא, לרגל די שידוך שליסן פון זיין טאכטער למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון ר' משה ברילל מחשובי חסידי פאפא.

א ברכת מזל טוב פאר הרב מיכאל אליעזר פרידמאן משב"ק האדמו"ר מנדבורנה, לרגל די שידוך שליסן פון בנו הבה"ח אייזיק צבי למזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר הרב הרב אברהם דוד שעכטער משב"ק האדמו"ר מצאנז, לרגל די שמחת החתונה פון זיין טאכטער למזל טוב בשעה טובה ומוצלחת.

א ברכת מזל טוב פאר הרב יקותיאל זלמנוביץ גבאי ציון רבי מאיר בעל הנס, לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב, אינעם בילד: האדמו"ר מצאנז ביים שמחת הברית.

Blog Image

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח יצחק בראונשטיין, נעמן ביתו פון הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל ראש ישיבת עטרת ישראל, לרגל זיין שידוך שליסן בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פאר החתן אליעזר זוסיא סופר הויז בחור ביי האדמו"ר מליזענסק, לרגל זיין חתונה בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.

א ברכת מזל טוב פארן בארימטן פאטאגראפירער ר' נפתלי לרר, און פאר זיין פאטער ר' שוקי לרר לרגל שמחת הולדת הבן/הנכד למזל טוב.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00