הויפט בלאט באריכט טויזענטער חסידים פייערן ברגשי שמחה ביי געהויבענע חתונה לנכד האד' מויז'ניץ בן לבנו אב"ד ויזניץ אלעד

טויזענטער חסידים פייערן ברגשי שמחה ביי געהויבענע חתונה לנכד האד' מויז'ניץ בן לבנו אב"ד ויזניץ אלעד

געשריבן דורך admin123

פרייטאג פ' קרח – ד' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

קרעדיט: איציק ו.

מיט געהויבענע הרגשים האבן טויזנטער חסידי וויזניץ דער וואך מיטגעלעבט די געהויבענע שמחת החתונה בחצר הקודש, פון חתן כלה אייניקלעך פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, די חתן אן אייניקל ביי רבם ומאורם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, מיט א כלה א אייניקל ביי חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, וואס איז געפראוועט געווארן בקול שמחה וצהלה ובהמון חוגג במקהלות אלפי ישראל בהיכל בית המדרש הגדול אין קרית וויזניץ אין בני ברק.

אנגעהויבן האט זיך די שמחת החתונה מיט די התעוררות'דיגע מעמד קבלת פנים, ווען די קאפעליע האט געזינגען א רייע ווארעמע ניגונים מאוצר הטוב לבית וויזניץ, און מען האט געהערט הארציגע דברי כיבושין לעורר הלבבות, בראש המסובים ביים קבלת פנים האבן זיך אנגעזעהן די געהויבענע פעטער'ס כ"ק האדמורי"ם מטשערנאביל – נדבורנא ירושלים – דזיקוב וויזניץ און דעעש אזוי אויך האדמורי"ם מסערט וויזניץ און קרעטשניף.

צום באשטימטן צייט איז מען ארויס צו די חופה, מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער געהויבענער זיידע די ראש בית אב מרן אדמו"ר מויזניץ, קריאת הכתובה דער זיידע פון כלה הגה"צ ר' שלום אהרן אשכנזי ראש ישיבת נדבורנא, ברכות ראשונות די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, מיט התרגשות האט די רבי שליט"א משמיע געווען ברכת קדשו לכל העם הנאספים און מען האט זיך דאן ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים, זינגעדיג ימים על ימי מלך תוסיף, וימלא משאלותינו במידה טובה ישועה ורחמים.

נאכן מעמד החופה זענען די חסידים אריבער אל מול פני הקודש אויף אמירת מזל טוב אין א זייטיגער שטוב אינעם בנין בית וויזניץ.

אין אום אכט דרייסיג איז די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך בריקודין של שמחה בעוז ותעצומות, נאך תפילת מעריב האט זיך די רבי געוואשן צום סעודת מצווה און געוואונטשן לחיים, נאך א קורצע צייט איז די חתן ערשינען און די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, די שמחה האט גובר געווען ביתר שאת ועוז בעת די ריקודין לכבוד שמחת חתן ווען פאר א לענגערע שעה איז די גאנצע היכל בית המדרש געווען איין שטיק דערהויבענקייט איינגעהילט בשמחה עילאה, ווען די רבי שליט"א איז עומד בראש און מעודד די ריקודין בהתלהבות. אין לויף פון די סעודת החתונה האט די רבי שליט"א ווארעם אויפגענימען די חשובע אדמורי"ם וקרובי המשפחה צווישן זיי האדמורי"ם מפרימישלאן – סקולען ירושלים – גארליץ – ביאלא פשיסחא – זוטשקא ירושלים – קארלין לעלוב – קאלאשיץ – אלעסק ארה"ק – דזיקוב גבעת זאב – ברעזאן, הרה"צ רבי יצחק הרה"צ ר' יעקב יוסף און הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא. די פעטער'ס האדמורי"ם מנדבורנא, נדבורנא ירושלים, נדבורנא אלעד, טשארנאביל אשדוד, ראזלא ביתר, אב"ד מאור חיים ירושלים, אב"ד מאור חיים צפת, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק אין הגאונים הצדיקים אב"ד קרעטשניף, אב"ד באבוב בת ים, אב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד תולדות אהרן לאנדאן, הגאון ר' זושא הורוביץ רב קהילות החסידים אין אלעד, הגה"צ רבי שלמה ווסקמאן אב"ד לעלוב, הגאון ר' משה שאול קליין ראב"ד וויזניץ, הרה"צ ר' דוד ראזענבוים בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן, הרה"צ ר' ברוך האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ און בני האדמורי"ם מסלונים טשערנאביל און קרעטשניף ירושלים. בשעת די ריקודין איז ערשינען די דאפלטע פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין איז אויפגענימען געווארן ביותרת הכבוד און געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, און א באזונדערע ריקוד מיט די זיידעס אחיו מרן אדמו"ר מוויזניץ און די שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ, אויך ווען די פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא איז ערשינען צו די שמחה איז ער אויפגענימען געווארן מיט די ניגון קול רינה, און איז געטאנצן מיט די חתן אויף די ניגון אחד יחיד ומיוחד. מיט ברכת המזון איז נתכבד געווארן דער פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן הרה"צ ר' יעקב יוסף און הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא און די פעטער'ס האדמורי"ם מנדבורנה ביתר, ראזלא, הרה"צ ר' יעקב מרדכי טווערסקי, אין ברכה אחריתא די פעטער הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא וחתן האדמו"ר מוויזניץ. נאכן בענטשן האט מען צוגעטרויטן צום געהויבענעם מעמד המצווה טאנץ, צום ערשט איז האדמו"ר מנדבורנא ירושלים געטאנצן מיט די חתן, דאן האט בדחנא דמלכא ר' פנחס גרינפעלד אויפגעריפן מיט דברי חרוזין צו די ריקודין די זיידעס האדמו"ר מקאסאן און לעיקוואד און ראש ישיבת וויזניץ. דאן האט דער בדחן אנגעהויבן אויפצורופן דעם געהויבענעם זיידן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, מען האט געזינגען ויהיו זרעי און קל נא רפא נא לה, ווען אין די געהויבענעם עת רצון האט די רבי געבעטן מכל הקהל הקודש מתפלל צו זיין לרפואתה השלימה פון נכדתו אלטע עטיל בת בלומא גיטל לרפו"ש. דאן האט דער וויזניצער רבי צוגעטרעטן צום געהויבענעם מצוה טאנץ ברגשי אש קודש, אנגעכאפט אין בנו חביבו די אבי החתן אב"ד וויזניץ אלעד, ווען דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך אינאיינעם מלא שמחה והתרגשות טפחיים מעל הקרקע, נאכן מצוה טאנץ האט דער וויזניצער רבי געטאנצן עקסטער מיט די שוואגער די ראש ישיבה, מיט בנו אב"ד וויזניץ אלעד און די אנדערע זיידעס און מחותנים, דערנאך איז די רבי געטאנצן אין א רינג מיט די בני משפחת המלוכה אין א באזונדערע ריקוד מיט די קונדער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידע ראש ישיבת נדבורנא, און די מחותנים, אויך איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ"ק אדמו"ר מבעלזא געטאנצן מיט די חתן. ווי איינגעפירט האט מען געזינגען האדרת והאמונה און די פעטער כ"ק אדמו"ר מראזלא האט פארגעזינגען אין כאלוקינו, עס איז געווען 2:30 אויפדערנאכט ווען די רבי שליט"א האט פארלאזט די בית מדרש נאך די געהויבענע מצווה טאנץ ווען די ציבור באגלייט ארויס מיט א הייסע תפילה ובריקודין עילאין ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00