מוצ"ש פ' תצוה ה'תשפ"ג
קול בחצרות – פארגאנגענעם דאנערשטיג נאכמיטאג איז אין ארץ ישראל פארגעקומען דער גרויסע מעמד החלוקה דורך קופת 'שקל הטהור' דער קופה פונעם מגן חינוך הטהור כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א, וואו עס איז פארטיילט געווארן דער איבער א מליאן דאלער'דיגע חלוקה פאר קרוב צו 200 מוסדות התורה ובתי חינוך על טהרת הקודש פארשפרייט אין גאנץ ארץ הקודש מדן ועד באר שבע, וועלכע זענען נישט נהנה משולחן איזבל, אין נעמען נישט קיין שטיצע פון די ציוניסטישע ממשלה
די חלוקה איז פארגעקומען אין די זאלן פונעם סאטמארע ביהמ"ד אהל רחל אין ירושלים, אין די נאכמיטאג שעות פון דריי אייזגער ביז זעקס אזייגער האבן די רבני הועד חברי ההנהלה בארץ הקודש פארטיילט די תמיכות פאר די מנהלי המוסדות, וואס טראגן די שווערע עול פון מוסדות על טהרת הקודש, דערנאך האבן זיך די חברי הועד טעלעפאניש פארבינדן מיטן נשיא ומייסד המפעל כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א אין איבערגעגבן זייערע געפילן און די פרטים אלעס ארום די חלוקה, וואו די מנהלים האבן זיך באדאנקט פאר די תמיכות אין די חיזוק פון א גאנץ יאהר.