אין וויליאמסבורג איז דעם מוצאי שבת פארגעקומען די יערליכע מלוה מלכה "ויהי אור" לטובת ביהמ"ד מאור ישראל סקולען אין וויליאמסבורג, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א, וואו א גרויסן ציבור חסידים און מעריצים פונעם סקולענער הויף האבן זיך משתתף געווען בגוף ובממון און מיטגעהאלטן דעם רייכן פראגראם.