דאנערשטאג פ' וארא • כ"ו טבת | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
אידן חסידים ואנשי מעשה האבן מיט גרויס התרגשות אויפגענומען די ידיעה איבער דעם ערשיינונג פון דעם פרישן חיבור מעיינא דמלכא, ביאורים נפלאים בדרכי יסודות החסידות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקאסוב זצוק"ל, וואס ווארפט א פרישן שיין צו קענען ארויסהאבן די יסודות'דיגע ענינים וואס מען טרעפט כסדר אין די ספרי חסידות פון די פריערדיגע צדיקים זי"ע.
שוין מיט עטליכע יאר צוריק, נאך בחיים חיותו פונעם קאסובער רבי'ן זצ"ל, איז ערשינען דער ערשטער חיבור מעיינא דמלכא, וואס זענען צוזאמגעקליבן געווארן פון די שיעורים פונעם רבי'ן, מבאר צו זיין דעם גאנצן נושא פון די עשר ספירות בביאור קל וואס זאל זיין מובן לכל, און עס האט געברענגט א געוואלדיגן קלארקייט אין די נושאים וואס איז נישט אזוי באקאנט ביי רבים וכן שלמים.
אצינד איז ערשינען דער צווייטער חיבור פון דעם ספר, מיטן המשך הביאורים אויף די עשר ספירות, וואס איז מלא וגדוש מיט יסודות'דיגע ענינים, וואס ווערט שנעל צוכאפט צווישן אידן חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דעם חיבור.
לרגל די הוצאה לאור פון דעם נייעם חיבור, איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן מסיבת לחיים בהיכל ביהמ"ד הגדול קאסוב אין בארא פארק, ביי וועלכן כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, ארויסברענגענדיג די גרויסע שמחה מיטן ערשיינונג פון דעם חיבור, א פרישער אור בעולם החסידות, און דערביי ארויסגעברענגט דעם הכרת הטוב פאר די חשוב'ע חברי מכון שפה ברורה, וואס האבן כדרכם אהערגעשטעלט אזא הפלא'דיגע עבודה, זייענדיג זיי מחזק ממשיך צו זיין מיט דעם עבודת הקודש לזכות את הרבים.
אויך האט מען געהערט שיינע דרשות פון הרה"ג רבי אהרן וויינבערג שליט"א חבר המכון, און פונעם יושב ראש המכון הגה"צ רבי אהרן האגער שליט"א בנו יקירו פון קאסובער רבי'ן זצ"ל, און מ'האט אפגעגעבן שבח והודיה להשי"ת שהגענו עד הלום.