הויפט בלאט באריכט שמחה כפולה: שיינער שידוך פון חתן כלה אור אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א

שמחה כפולה: שיינער שידוך פון חתן כלה אור אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א

געשריבן דורך admin123

מיטוואך פ' שופטים • כ"ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


פארלאפענעם וואך איז געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך פון חתן כלה אור אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, אייניקלעך פון בנו הגדול הגה"צ ר' אהרן קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק, די חתן א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' חיים מרדכי טייטלבוים שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה נתן נטע לעמבערגער שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל. די שידוך איז געשלאסן געווארן פארלאפענעם וואך בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן אין הר יונה, און היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת התנאים אין זאל פון ביהמ"ד קארלין סטאלין אויף רחוב אבינועם ילין אין ירושלים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט