די וואך זונטאג איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, אייניקל פון בנו הגדול הגה"צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא א זון פון זיין איידעם הרב אלעזר ארנסטר זון פון הרה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ אב"ד מאור חיים ירושלים שליט"א, דאפלטע אור אייניקל פון הגה"צ רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים.