הויפט בלאט באריכט הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי

הרב ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א נכד האד' מבעלזא באזוכט בקרב חסידי בעלזא אין מאנסי

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN


הונדערטער חסידי בעלזא אין מאנסי האבן פארגאנגענע וואך מקבל פנים געווען די חשובער אורח פון ארץ הקודש — הרה"ג רבי ישראל מנחם נחום רוקח שליט"א, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. הרב ישראל מנחם נחום וועלכע דינט אלס דער מוליך ומביא פון די בעלזער קהילה ומוסדות אין מאנסי ביים זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, איז אנגעקומען צוגאסט אין שטאט לכבוד א חתונה און גלייכצייטיג אויסגענוצט די געלעגנהייט זיך אומצוקוקן אויף די הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהילה והמוסדות אין מאנסי, דער קלימאקס פונעם באזוך איז געווען דער שבת המרומם וואס הרב ישראל מנחם נחום האט געפראוועט ברוב עם הדרת מלך אין צענטער פון שטאט, און איז געווארן מיטגעהאלטן דורך מאסן בעלזער חסידים פון אלע געגענטער לענגאויס די שטאט.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט