דעם מאנטאג פנחס העעל"ט, ט"ו תמוז, בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר א זון פון כ"ק אדמו"ר ממיאלען שליט"א, בבית מדרשו אין שכונת מתחם הסופרים אין בני ברק.
דער רבי איז געווען מלובש בבגדי שבת לכבוד השמחה, און נאכן אפשערן בנו היניק האט דער רבי מעריך געווען א שלחן לחיים ביי וועלכע מען האט געזונגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט משמיע געווען דברי קודש לכבוד המאורע ובמשנתו, און לכבוד די הילולא.