הגה"צ ר' פנחס לייבוש פאדווא שליט"א, גאב"ד קהילת שומרי הדת אין אנטווערפען, וועלכער איז געווען צוגאסט אין ניו יארק לכבוד די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל, האט אין לויף פון זיין באזוך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן בבתי האדמו"רים לברך ולהתברך און זיך דורכרעדן בעניני השעה. צווישן זיי האט דער רב באזוכט ביי האחים האדמו"רים מסאטמאר, און אין לעיקוואוד ביי האדמו"רים מראחמיסטריווקא לעיקוואוד, תולדות מרדכי וויזניץ, און סקולען לעיקוואוד.