מיטוואך פ' חקת בלק • ט' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שמואל דריי, JDN
א הערליכער און רייכער מעמד סיום מסכתות אויף די מסכתא "בבא בתרא" איז פארלאפענע וואך פארגעקומען בקרב ק"ק תולדות אהרן, נאכדעם וואס מען האט מסיים געווען די גרויסע מסכתא "בבא בתרא" במסגרת דעם קביעות'דיגן לימוד התורה וואס ווערט געלערנט בצוותא חדא דורך בני הקהילה.
דער מעמד איז פארגעקומען אין דעם גרויסן בית המדרש פון תולדות אהרן, וואו ביי שיין געדעקטע טישן איז צוגעשטעלט געווארן א מכובד'יגע סעודה לכבודה של תורה.
אין די מודעות איבער'ן מעמד איז באריכטעט געווארן אז עס וועלן פארגעלייענט ווערן בריוון פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א און דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און אז דער חשוב'ער צדיק וועט אויך אנטיילנעמען אינעם מעמד. למעשה איז הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א נישט אנגעקומען, אבער זיינע ווארעמע דברי ברכה זענען פארגעלייענט געווארן פאר'ן ציבור.
מיט א באזונדער ווארעמער און תוכנ'פולער דרשה האט אויפגעטרעטן דער אורח הכבוד הגה"צ אבד"ק לימנוב שליט"א, וועלכער האט כדרכו באאיינדרוקט די משתתפים מיט זיינע דברי חיזוק איבער די חשיבות פון התמדה און עמל התורה.
ביים מעמד זענען אויך געהערט געווארן דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וועלכער האט זיך באצויגן צו דער גרויסער זכות פון לימוד התורה בציבור, און האט אויך איבערגעגעבן ווארעמע דברי פרידה פאר די פארזאמלטע, אין צוגרייטונג צו זיין אפרו-רייזע קיין אונגארן למנוחת הנפש פאר די קומענדיגע וואכן.
מיט געהויבענע געפילן און א פרישע התחדשות אין לימוד התורה האט זיך דער ציבור געשיידט פונעם מעמד, מקבל זיין אויף זיך ווייטער ממשיך צו זיין מחיל אל חיל און מסיים זיין נאך פילע מסכתות אין דער רייע.






















