דעם מאנטאג קרח העעל"ט האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף י-ם שליט"א אפגעראכטן די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זי"ע, אינאיינעם מיט די שמחת הבר מצוה פון א אייניקל, א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' צבי אלימלך שטערן שליט"א ראש ישיבה מבצר התורה קרעטשניף, זון פון הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא בני ברק שליט"א, אין ביהמ"ד הגדול קרעטשניף אויף רחוב אבינועם ילין אין ירושלים, בהשתתפות א גרויסן עולם חסידים אין רבנים ואדמור"ים חשובים קרובי המשפחה.