הויפט בלאט באריכט ניו דזשערזי: האחים האדמור"ים מסערדאהעלי און וויען ביים יערליכן ווייץ שניט לקראת חג הפסח תשפ"ז

ניו דזשערזי: האחים האדמור"ים מסערדאהעלי און וויען ביים יערליכן ווייץ שניט לקראת חג הפסח תשפ"ז

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' קרח • א' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


נעכטן זונטאג זענען די ברידער כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אינאיינעם אראפגעפארן קיין ניו דזשערזי, וואו מען האט כמדי שנה בשנה געשניטן די ווייץ פאר'ן געברויך פון די מצות אויף חג הפסח תשפ"ז הבעל"ט.

נאכמיטאג זענען די ברידער האדמורי"ם אנגעקומען אויפ'ן פעלד, במקום שאין גשמים מצויים, און א לענגערע וויילע עוסק געווען במצוה בטרחא דגברא רבא. עס האט נאכגעפאלגט מיט א שיינע מסיבת לחיים, ביי וועלכן די רבי'ס האבן אויסגעדריקט זייער התפעלות פון די הערליכע ווייץ, מהודר'דיג און שלימות'דיג, אן דעם מינדעסטן חשש.

אויפ'ן וועג אהיים למעונו אין בארא פארק, האט כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א זיך אפגעשטעלט אויפ'ן בית החיים אין ניו דזשערזי, וואו ער האט מתפלל געווען ביים ציון פונעם פאטער הגה"צ אב"ד סאמבאטהעלי זצ"ל, אינעם יום המסוגל ערב ראש חודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט