דורכאויס דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א אין ארה"ק האט דער רבי שליט"א אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן בבתי האדמור"ים וגדולי ישראל וואו עס איז פארצויגן געווארן הערליכע שמועסן דברי תורה וסיפורי צדיקים. אינצווישן אנדערע האט דער רבי באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, האדמור"ים מבעלזא, תולדות אברהם יצחק, און נאך. אויך זענען ארויפגעקומען צום רבי'ן האדמור"ים מתולדות אהרן, ווערדאן ירושלים, מבקשי אמונה, באסטאן ביתר און די תלמידי ישיבת תולדות אהרן.