כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לכבוד יום טוב שבועות, איז אין די טעג בעפאר יום טוב אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין ביי שאר בשרו כ"ק האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי שליט"א האט דערביי פארפירט א שיינעם שמועס מיטן בעלזער רב בדברי תורה וסיפורי צדיקים. די רבי'ס האבן דאן געטרינקען לחיים און זיך געוואונטשן לחיים און א ליסטיגן יום טוב.