בחצר הקודש סערט וויזניץ איז דעם מוצאי שבת אפגעראכטן געווארן די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויזניץ זצ"ל בעל ברכת משה, וואו כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט מעריך געווען שולחנו הטהור ברוב עם הדרת מלך, אינאיינעם מיט ש"ב כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א זון פונעם בעל ההילולא.
דברי זכרון איז געהערט געווארן דורך הרה"ג ר' יעקב האגער שליט"א נכד בעל ההילולא, זון פון הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים זצ"ל, מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ וויזניץ שליט"א.