דעם מוצאי שבת איז אויסגעפאלן די זעקסטע הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו זצ"ל פון בארא פארק. בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא האט אפגעראכטן דעם יארצייט טיש און סעודת מלוה מלכה בבית מדרשו אין בארא פארק, במקהלות עם רב חסידים ואנשי מעשה און מוקירי זכרו פונעם בעל ההילולא.