פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א באשיינט די שמחת השבע ברכות לרגל שמחת נישואי הכלה בת הנגיד מוה"ר מיכאל צבי לאנדא הי"ו אייניקל פון הרה"ג ר' גדלי' לאנדא שליט"א נדבני 'בנין לאנדא' פון ישיבה קטנה שפע חיים צאנז קלויזענבורג אין מאנסי, די שמחה איז פארגעקומען אינעם בנין הישיבה ווי דער נדבן הבנין הנגיד ר' מיכאל צבי הי"ו האט זיך אונטערגענומען א פרישע סכום עצום צו הערליך ראנאווירן דעם בנין כראוי וכיאות.