פארלאפענעם וואך בשעת די חתונה פון א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א וואס איז פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאל בגלילות שיכון סקווירא, איז דער רבי שליט"א אריבערגעפארן אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו לכבוד די שמחה און לעומתו וואונטשן מזל טוב פארן סקווערער רבי'ן, לכבוד די חתונה פאריגע וואך פונעם אייניקל וואו דער רבי איז געווען א פעטער ביי די שמחה.