דעם זונטאג ד' ניסן ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, האט נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אינעם היכלך השולחנות אין ביהמ"ד הגדול ראחמסטריווקא אין ירושלים, וואו עס האבן זיך משתתף געווען שאר בשרו כ"ק אדמו"ר טאלנא שליט"א פון אשדוד און הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו"ר ממאחנובקא בעלזא וואס איז מכובד געווארן מיט הגבהת הכוס צום בענטשן.