פארגאנגענעם וואך איז פארגעקומען א שיינעם מסיבת שבע ברכות בשמחת בית סקווירא – וויזניץ – קאלאשיץ, צוגעשטעלט דורך די זיידע פון חתן כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א פון בני ברק, אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר חיים שפיטצער הי"ו אין שיכון סקווירא, אין שפיץ פונעם ראש בית אב דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכער האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן די שמחה א לענגערע וויילע.