פארלאפאנעם כ"א אדר ביומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע האט כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד האי יומא רבה, דער רבי האט טועם געווען לחיים און מזונות און דערנאך דערציילט עובדות און סיפורי קודש פונעם בעל ההילולא.