די וואך לרגל די הלולא קדישא פון הרה"ק רבי מנחם נחום מראחמיסטריווקא זי"ע האט נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפגעראכטן דעם שולחן הטהור און סעודת הילולא אינעם היכל הטישן בבנין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים. בשעתן טיש איז דער רבי ארויס אויף קידוש לבנה אין חצר פון ביהמ"ד. שפעטער ביים אריינקומען צוריק צום טיש האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ כמנהגו נאכן מקדש זיין די לבנה.