פארגאנגענעם מיטוואך בשלח איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות ככלות י"א חודש צו די פטירה פון הגאון רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת עמלה של תורה, אין היכל הישיבה אין ביתר ווי עס האבן צווישן אנדערע אויפגעטרעטן מיט דברי הספד הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון און הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.