ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעראכטן דעם שבת פ' בא העעל"ט אין די מאנטיבעלא געגענט אין מאנסי בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' מענדל בראכפעלד הי"ו. דער שבת איז געפראוועט געווארן אויף א פריוואטער פארנאם בזעיר אנפין אינאיינעם מיט א געקליבענער צאל נגידים, ראשי והנהלת מוסדות צאנז אין אמעריקא און די נאנטע מקורבים און משמשים בקודש, וועלכע האבן זוכה געווען ליסב על שולחן מלכים און מיטהאלטן די דערהויבענע תפילות און טישן דורכאויס שבת.