פארלאפענעם וואך ליל ג' שבט דער יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי יוסף מאמשינאוו זצוק"ל האט נכדו כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א אפגעראכטן דער סעודת ההילולא בבית מדרשו אין בארא פארק, במעמד קהל רב חסידים ואנשי מעשה. צווישן די רבנים ביים טיש האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק וועם דער רבי האט מכבד געווען צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם בעל ההילולא.