הויפט בלאט באריכט נייער גרויסער אהל און בנין האש"ל וועט אויפגעבויט ווערן ביים ציון הרה"ק ר' גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין ירושלים

נייער גרויסער אהל און בנין האש"ל וועט אויפגעבויט ווערן ביים ציון הרה"ק ר' גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין ירושלים

געשריבן דורך admin123

פרייטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


מיט גרויס שמחה ווערט אויפגענומען בעולם החסידות איבער אן ערשטמאליגער מאסיווער פראיעקט לטובת די רבבות עולים ביים ציון הקדוש פונעם פועל ישועות הרה"ק רבי גדלי' משה מזוועהיל זי"ע אין ירושלים עיה"ק.

דער ציון המציונת פון הרה"ק רבי גדלי' משה געפינט זיך ביים בית החיים 'שייעך באדר', ביים עק פון ירושלים, איז די לעצטערע יארן פארוואנדלט געווארן אלס מקום קיבול תפילות ומסוגל לישועות וואס ווירבלט כסדר מיט פילצאליגע שופכי שיח און אידן פארציילן אפענע ישועות נאכ'ן מתפלל זיין על ציון קדשו.

פילע אידן שטראמען אהין מדי יום ביומו, ובפרט בימי "שני וחמישי", ווען טויזנטער אידן קומען אפרעכטן די וואונדערליכע סגולה פון "שני וחמישי ושני" און אידן זעען דורך די סגולה פילע ישועות.

מיט'ן וואוקס פון די עולי ציון איז כסדר אויפגעברענגט געווארן די צורך פון אוועקשטעלן א ברייטערע אפעראציע צו אקאמאדירן די מאסן און צושטעלן מילי דמיזן ושתי' אויף א ברייטן פארנעם, נאכדעם וואס ביז היינט איז בלויז געווען צוגעשטעלט די מינימאלע געברויכן וואס איז געווען ווייט פון גענוג אין פארגלייך מיט'ן ריבוי העם.

אין די לעצטערע יארן איז ענטשטאנען א צוזאמענארבעט פון מרכז מוסדות זוועהיל, צוזאמען מיט'ן שלוחא דרבנן הרב מאיר פרוש, דורך וועלכע ס'איז געלונגען צו שאפן א מולטי-מיליאן דאלארדיגע פאנד פון די ירושלימ'ע שטאטראט, וואס וועט איבערבויען דעם ציון און גאנצן ארום כלול בהדרו.

עס וועט אויפגעבויט ווערן א גיגאנטישער אהל רחבת ידים אויפ'ן ציון הק', וואו די עולים וועלן קענען מתפלל זיין אויף א רחבות'דיגן און רואיגן אופן. צו דעם וועט געבויט ווערן א בנין גדול ומפואר וואו עס וועט זיין צוגעשטעלט אש"ל בהרחבה, און באזונדער א היכל ביהמ"ד וואו עס וועט ווייטער אנגיין די ישיבה על קברו, דער כלל אברכים פון לומדים מופלגים וואס לערנען לע"נ דעם צדיק סמוך ונראה צום ציון הק'.

אין די לעצטע וואך איז די פאקטישע בוי ארבעט אריין אין שוואונג, ווען מ'האט שוין איינגעווארפן דעם צייטווייליגן אהל, צוגרייטנדיג דעם באדן אהערצושטעלן דעם גרויסן פראיעקט וואס רופט ארויס גרויס התרגשות ביי אלופי אלפי ישראל פון אידן איבער די גאנצע וועלט וואס קומען אהין מתפלל זיין, למלא משאלותם במדה טובה ישועה ורחמים.

שרייבט א קאמענט