פארגאנגענעם ליל שישי בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, איז אנגעקומען אויף א ביקור נימוסין כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער איז געקומען איינלאדענען דעם רבי'ן צו די חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען דעם זונטאג אין שטאט קרית יואל.
די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח פארשידענע סיפורי צדיקים איבער די צדיקים לבית טשערנאביל. דערנאך האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם גאסט מיט לחיים און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.